געהויבענע טעג מיטן משפיע המפורסם הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א
קאסא גראנדע האט מיטגעלעבט געהויבענע טעג מיטן משפיע המפורסם הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהילת סאטמאר ניו יארק ומרבני קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע בעל נר המאיר
ווער עס קען דעם רב שליט"א ווייסט אז עס איז נישטא ביי אים אזא זאך ווי ביטול זמן, ער ער מוז כסדר טון עפעס, עס איז נישטא ביים רב אזא זאך אז מען רוט זיך אפ און זיכער נישט פארן וואקאציע, אדער געט ער א שיעור אדער א דרשה. ער איז כסדר מחזק קבוצת פון אידישע קינדער, אדער לויפט ער אין שפיטאל אדער אין תפיסה צו באזוכן און מחזק זיין לבבות נשברות, די גאנצע וועג צו אין פון איז ער אויפן טעלעפאן צו מחזק זיין אידישע קינדער, אדער צו פרעגן איינעם אויב ער איז אפשר אין ביהמ"ד ווייל ער דארף א טובה ער זאל אים נאכקוקן א לשון פון א ירושלמי צו א תוספות, אזוי פילט ער אן די צייט יומם ולילה נישט זייענדיג מבטל קיין מינוט נישט פונעם טאג און נישט פון די נאכט.
נאכן זיך באקענען פונדערנאנט מיטן מהות פונעם רב פארשטייט מען שוין אז ער איז געקומען קיין קאסא גראנדע ווייל ער האט געשפירט אז עס איז גענוג וויכטיג פאר אים צו קומען זען פונדערנאנט וואס דא טוט זיך, דער רב איז נישט געווען צופרידן נאר פון הערן אלע ערליי שמועות, אן צו זען און חוקר זיין אלעס פונדערנאנט קען מען נישט גלייבן, נישט דער וואס רעדט לטובה און נישט ווער עס רעדט נישט לטובה, און היות דער רב איז א שטארקע סימפאטעקער פון ארויסמופן פון די גרויסע שטעט און דער רב איז געווארן איינע פון די רבנים פונעם ועד הרוחני מטעם קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע, האט דער רב און די משפחה געשפירט פאר וויכטיג אליין צו קומען און אויספילן די נייע יישוב אין קאסא גראנדע, דער רב שליט"א האט פון פארדעם דורכגעשמועסט מיט אנדערע רבנים וואס זענען שוין פון פריער אינוואלווד אין דעם בליענדע יישוב ווי הרה"ג רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל אבד"ק נייטרא מאנסי און הרה"ג רבי יעקב ווייס אב"ד ישמח משה סאטמאר מאנסי, מרבני ועד הרוחני פון קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע, און נאך, מיט וועם דער רב האט אויסגעשמועסט אלעס וואס ער האט געשפירט אז עס פעלט אויס צו מברר זיין נאך איידער די נסיעה.
צו די גרויס פרייד פון תושבי קאסא גראנדע בכלל און די סאטמארע תושבי קאסא גראנדע בפרט האט אפגעקלינגן די בשורה משמחת אז דער רב און די משפחה קומען באזוכן קאסא גראנדע, אזא זאך וואס איז ביז היינט געווען א חלום פאר יעדער וואס קען דעם רב, נאך מער איז געווען די שמחה אז מען האט גאר געהערט אז דער רב וויל נישט מדחה זיין דעם באזוך נאר שוין קומען, די עסקנים פונעם ועד העיר און רבי יהושע רובין האבן זיך גלייך אריינגעווארפן אין צושטעלן אלעס פארן רב פון א שיינע דירה פון אריזאנע קאוישער ריזארטס ביז עסן און דרייווער אא"וו.
דער רב האט געשפירט אזוי וויכטיג דעם צועק פון זיין קומען אז אנדערש פון זיין הרגילות וואס יעדער האט דעם רב'ס נאמבער און בשיטה וויל דער רב אז מענטשן וואס דארפן אים האבן זאל כסדר האבן זיין נאמבער לעת מצוא, אבער דא האט דער רב גענומען א אנדערע טעמפערערי סעלפאן אזוי זאל ער נישט ווערן געשטערט און קענען באמת זען וואס טוט זיך אין דעם נייע יישוב.
כאטש וואס תושבי קאסא גראנדע האבן געחלישט צו הערן א דרשה פונעם רב האבן זיי דאך געוואלט געבן פארן רב דעם פולע ספעיס און אויסגעווארט אויף שבת קודש צו הערן א הערליכע שיעור אין פרקי אבות. אזוי ארום האבן די תושבי העיר טאקע געלאזט דעם רב טון וואס ער האט געוואלט צו קענען זיך רואיג אומקוקן.
דער רב שליט"א איז געווען באזוכן די תלמוד תורה כנסת יהושע, אויך איז ער ארומגעפארן מיט רבי יהושע צו זען וויאזוי די גאסן און געגענטער פון קאסא גראנדע זענען אויסגעשטעלט (שמואל איז געווען בקי בשבולא דנהרדעא). אויך איז דער רב געווען באזוכן די ביזנעס געגענטער פון קאסא גראנדע (business park) דער רב איז נתפעל געווארן פון די אפערטוניטיס וואס קאסא גראנדע פארמאגט פאר אידישע ביזנעסער פרעגענדיג פון רבי יהושע פארוואס אידן האבן דא נאכנישט קיין ביזנעסער. אזוי אויך איז ער געגאנגן מיטן די היימישע ריעל עסטעיט אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן צו באזוכן הייזער און אויך נייע דעוועלאפמענטס פון וואס דער רב האט זיך געחידושט פארוואס די גויים בויען אזעלעכע גרויסע הייזער און אזוי אידישלעך אויסגעשטעלט. אויך האט דער רב באזוכט די לאקאלע קאוישער קעניאן גראסערי און די נייע בנין המוסדות.
דער רב האט אויך אויסגעניצט די געלעגענהייט צו כאפן א שמועס מיטן רב הרב ח"ש בערגער שליט"א און מיטהאלטן די שיינע שיעור פונעם דיין וואס קומט פאר יעדע אווענט נאך מעריב, און אויך די ליל שישי שיעור חומש רש"י פונעם מרא דאתרא דינוב'ע רבי.
שבת אויפדערנאכט איז פארגעקומען א שיינע באטע אין דעם רב'ס אכסניא ווי די סאטמארע אידן זענען געקומען צום רב ווי דער רב האט בנועם לשונו ארומדערעדט מיט יעדעם און מיט די קינדער און פארשטייט זיך איבער די פרשת השבוע און דברים העומדים על הפרק, מען האט אינאיינעם געזינגן שירות ונגוני שבת קודש מיט א ווארימקייט
מוצ"ש פארן ארויסגיין פון ביהמ"ד האט דער רב שליט"א באמערקט ווי יונגעלייט זיצן און זאגן אינאיינעם ויתן לך. דער רב האט עס זייער אויסגעלויבט און זיך צוגעזעצט צו זאגן ויתן לך מיטן ציבור.
מוצאי שבת קודש האט מען געפראוועט א סעודת מלוה מלכה אינאיינעם מיט א סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק רבי ישעיה מקערעסטיר זי"ע, די מלוה מלכה איז פארגעקומען אין שטוב פונעם מייסד היישוב רבי יהושע רובין וואס ווי באקאנט שוין פאר איבער זעקס יאר צום גוטן פארוועט מען דארט די סעודת מלוה מלכה כיד המלך. כל שכן יעצט לכבוד דעם גרויסע יארצייט און להבחל"ח לכבוד דעם חשוב'ן גאסט הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א, ביים יארצייט סעודה האבן זיך באטייליגט איינקלך פון רבי ישעיה'לע וועלעכע וואוינען אין קאסא גראנדע, דער דיין שליט"א און דער מלמד הרב נפתלי גראס (דער רב הגרח"ש בערגער איז געווען אין ניו יארק זיך ביי א וואכנאכט און ברית פון א אייניקל) אויך האט זיך באטייליגט ביים מלוה מלכה רבי יהושע'ס טאטע דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א, די מלוה מלכה האט זיך טאקע פארצויגן לענגער ווי געווענטליך ווען דער רב שליט"א און דער דיין האבן פארציילט סיפורי קודש פונעם גרויסן בעל הילולא און אויך פונעם הייליגן אמרי יוסף פון ספינקא וואס אויך זיין יארצייט איז געפאלן יענע וואך און דער בעל אכסניא רבי יהושע רובין איז א אייניקל.
זונטאג איידער דער רב איז אהיימגעפארן האט דער רב שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די נייע ישיבה אור שלמה זוועהיל וואס איז געעפענט געווארן דורך העסקן הנמרץ הרב משה סורקיס תחת נשיאות כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א אינאיינעם מיטן ועד העיר (עמיר נאך שרייבן א באריכט איבער די ישיבה) דער רב שליט"א איז אריבערגעגאנגן צום פתיחת שערים פון די ישיבה די ערשטע טאג פון ישיבה ווי דער רב האט אויפגעטרעטן מיט א לענגערע דרשת פתיחת הזמן.
די באזוך האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם דקדושה אויף תושבי העיר און אויך אויפן רב זעלבסט, ווי דער רב האט זיך אויסגעדריקט פאר איינע פון די עסקנים וואס האט אים געזאגט אז די שטאט דארף זיך דאפלן, און דער רב האט נישט מסכים געווען נאר געענטפערט מיט התרגשות נישט טאפלן נאר הונדערטלן!
די רב שליט"א טוט כסדר אויסרומען דעם יישוב אז ער שפירט א חשיבות צו זיין א חלק פון דעם יישוב.
הנה ימים באים. מיר האפן אין די קומענדיגע צייט צו ברענגן גאר ברעכענדע אנטויקלונגן בנוגע דעם רב שליט"א וואס האלט זיך אינמיטן דעוועלאפן בס"ד



