מוצלח'דיגע נסיעה קיין אריזאנא דורך "קבוצת אנ"ש סאטמאר" אין שפיץ פון רבני ועסקני הקבוצה פארגאנגענעם ג' אמור העעל"ט אריבער העכער אלע ערווארטונגען
פארגאנגענעם דינסטאג אמור, האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג לעיר היופי קאסא גראנדא-אריזאנע א הערליכע גליקליכע קבוצה פון אנשי שלומינו מיט א קלארע וויזיע, צו נעמען א געלעגנהייט צו פארזוכן און שמעקן די צויבערע געבענטשטע פלאץ פון וואס זיי האבן און די לעצע וואכן געהערט שטארק זיך קאכן פאזאטיוו איבער די נייע סאטמארע יישוב וואס גייט זיך דארט אהערשטלען תחת דגל כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעז''ה, און עס האט זיך אנגעצונדן ביי זיי א שטארקע אינטרעסע דערצי קלערעניג היבש אינעם ריכטונג זיך בקרוב אהינציציען, אבער ווי נעמט מען די זאך א טריט פאראויס? האבן זיי ביי א געוויסע שטאפל מחליט געווען צו טון די קלוגע שריט זיך אויפצוהייבן און אהינפארן צו זעהן די גאנצע מציאות פון די נאנט און באטראכטן פאקטיש מיט די אויגן פון וואס די רעדע איז,
דער נסיעה איז אנגעפירט געווארן דורכ'ן לעגענדארן יושב ראש ומשמח אלוקים ואנשים מו"ה ר' הערשל פריעדמאן הי"ו מחשובי אנשי שלומינו וואס האט א געוואלד צוגגעגעבן לכל אורך הדרך, און א צייט וואס דער עולם איז געווען כל כולו אריינגעטון בכובד ראש צו קוקן די פלאץ, קוקן די הייזער, באטראכטן די מציאות, און אלע דרייען זיך ארום פארטון און פאר'מח'ט, האט דעריבער שטארק אויסגעפעלט א יוד ווי ר' הערשל וואס זאל אביסלע באלאנסירן די דעם מצב..
על אם הדרך.
וויבאלד עס האבן זיך אומאויסגערעכנט איינגעשריבן מער מענטשן ווי געראכטן און מען האט נישט געהאט רעזעווירט אזויפול טיקעטס אויפן באשטימטן פליגער, איז עס אויסגעלאפן פון זיצן פריצייטיג, האט מען אלעדיגט מיטן געטרייער טרעוועל אגענט אז אלע וואס וועלן זיך שרייבן זיך אן און ווילן זזיך נאך מיטכאפן וועטמען זיי מסדר זיין אויף א פריעדיגן פליגער וואס האט נאך דאן ב"ה יא געהאט עטליכע פארבליבענע עוועלעבל זיצן, ווי דארט האט מען טאקע געקויפט די טיקעטס פאר די צווייטע קבוצה ווי יעדער איז צום סוף מסודר געווארן על צד היותר טוב .
כדי צו קענען זיין צייטליך די ערשטע קבוצה ארויסגעלאזט פון קרית יואל אזוי פרי ווי 4:15 פארטאגס, טראץ די פריע פארטגס שעה'ן נאך א נאכט וואס רובא דרובא האבן קוים עפעס אריינגעכאפט צו שלאפן, האט מען אבער געשפירט א באזונדערע זעלטענע חיות'דיגע לעבהאפט צווישן די נוסעים. מען האט זיך אפגעשטעלט און א בהמ"ד און קווינס דאווענען א ווארעמע שחרית אום 6:15, ווי יעדער האט מיט א כוונת התפילה הייס מתפלל געווען אז די נסיעה זאל אים ברענגען דעם ריכטיגן תכלית צו קענען מיט א קלארקייט אפשאצן די פלאץ און מ'זאל פון הימל דירעקטירן די מח צו פאסן די ריכטיגע באשלוס בעז''ה,
גלייך דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט צום לופטפעלד, וואס איז געווען בלויז א קורצע וועג פון דארט. און דא האט זיך שטארק דערקענט די סטראטעגישע איבערמידליכע ארבעט פון די געטרייע עסקנים וועלכע האבן שוין די נאכט פריער איינגעטשעקעט אלע נוסעים, אזוי האט שוין יעדער פון די משתתפי הנסיעה געהאט ביי זיך דעם באורדינג־פאס גרייט צי דער האנט, און דער גאנצער פראצעדור איז דורכגעגאנגען געשמירט. שנעל. און רואיג. ביז צום ארויפשטייגן אויפן פליגער.
עס איז געווארן אויסגעטיילט א ברייטע מכוכד'יגע פת שחרית און צוגאב א אפעטיטליכע "צידה לדרך פעקל" ציגעשטעלט דורך די בארימטע לאנדא'ס סופערמארקעט פון קרית יואל, מיט א גאר רייכער פרישטאג און מיטאג מיטציטראגן אויפן פליגער, בייגעלייט די הערליכע פראפעסיאנאלע בראשור מיט ארטיקלען און אפהאנדלונגען אלעס ארום קבוצת אנ''ש אריזאנא פון וואס מען האט אנגעהויבן באקומען דער ערשטער גרינטליכע אריינבליק במה הכתוב מדבר, ובפרט דער אויסנאמליכע חומר למחשבה'דיגע אריינפיר צום בראשור וואס האט גאר שטארק אויסגענומען ביים עולם,
בשעה טובה ומוצלחת אום 8:30 אינדרפרי האט זיך דער ערשטער פליגער זיך געהויבן, טראגנדיג מיט זיך א קבוצה אידן וועלעכע זיצן געשפאנט מיט גרויס האפענונג און נייגער צו לאנדן לעיר היופי קאסא גראנדא-אריזאנע און זעהן וואס דאס הערליך גן עדן התחתון פארקויפט...
אין די זעלבע צייט האט זיך די צווייטע, די גרעסערע קבוצה זיך צוזאמגענומען אין אלע געגענטער, פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי און קרית יואל, און געמאכט די לעצטע הכנות ארויסצופארן צום עירפארט און ויסעו. געפארן.
מען איז אנגעקומען אים לופטפעלד בערך 10:15 פארמיטאג, די געטרייע עסקנים האבן ציגעווארט ביז די גאנצער עולם פון אנדערע שטעט זענען אנגעקומען, כדי זיי צי קענען תיכף ומיד איבערגעבן זייער באורדינג פעסעס, און זיכער מאכן אז יעדער איז מסודר-באקוועם מיט אלעם, און גרייט אנצוהייבן די היסטארישענסיעה.
כמשהו בראשונה כך בשני', בשעה טובה ומוצלחת האט דער פליגער זיך געהויבן אום 12:30 נאכמיטאג, מ'קען זאגן אז מען האט די גאנצע צייט געשפירט אן אויסטערלישע תכלית אין די לופט, דער עולם האט זיך מיט א מוראדיגע ערנסקייט מסדר געווען דער הארץ און מח צו קענען ממשיך זיין צום קומענדיגע פאזע מיט די ריכטיגע פאוקס בעז''ה
באטראטן אריזאנע באדן.
4:25 נאכמיטאג אריזאנע צייט: יעדער איז שוין אויפן הערליכן פריוואטן אפגעדינגענעם באקוועמע קאוטש באס, ווי עס האט אפגעווארט פאר יעדעם אויף זיין זיץ א פריש רייך-געשמאק פעקל טעימה קלה, הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו האט הארציג באגריסט דעם עולם און איבערגעגעבן ווייטערדיגע פלענער און מיט געטיילט מיטן עולם די רייך-אנגעפולטע סדר היום וואס ערווארט אונז בעז''ה,
ר' הערשל האט ציגענדיגט מיט א ברכה אז היות מ'גייט צי א נסיעה מיט א כוונה לש"ש צו קענען ממשיך זיין ערליכע אידישע דורות מיט די ריכטיגע הרחבת הדעת, וועט זיכער זיין סייעתא דשמיא און מ'וועט אי"ה מצליח זיין, דערנאך האט ממשיך געווען העסקן הרב אהרן יוסף פריעדמאן שליט"א מיט די פרטי נסיעה און ער האט געזאגט אז עס איז גאר אינטערסאנט פאר אים די ווערטער פון ר' הערשל וואס האט געוואנטשן אז אויב מהאט א כוונה לש"ש וועט זיכער זיין סייעתא דשמיא, עס ליגט א השגחה פרטית אין די דאזיגע ווערטער, ווייל זיך גרייטנדיג צי די נסיעה האט זיין שווער הגה"צ רבי ברוך לעווי שליט"א אב"ד אמסטערדאם קרית יואל אים ציגעוויזן אהייליגן שטיקל זוהר הקדוש פרשת תזריע ווי דער זוה"ק רעדט איבער די וויכטיגקייט פון מזכיר זיין שם שמים ווען מהייבט אן בס"ד בויען א נייע בנין, וואס דאן זאגט דער זוהר הקדוש אז כדין סייעתא דשמיא שרי עלוי, (מַאן דְּבָנֵי בִּנְיָן כַּד שָׁארֵי לְמִבְנֵי, בָּעֵי לְאַדְכְּרָא בְּפוּמֵיהּ, דְּהָא לְפוּלְחָנָא דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא הוּא בָּנֵי, וּכְדֵין סִיַּיעְתָּא דִּשְׁמַיָּא שָׁארֵי עֲלוֹי)
און ווי אינטערסאנט איז עס -האט ר' אהרן יוסף אויסגעפירט- אז ממש די ווערטער האט השי"ת אריינגעשיקט אין מויל פון ר' הערשל אלס ערשטע ווערטער פון די נסיעה, דעריבער זעהט מען שוין קלאר אז כדין סייעתא דשמיא שרי עלוי עס וועט זיכער זיין סייעתא דשמיא צי קענען בקרוב אהערשטעלן א קהילה נאה וחסודה לכבוד ולתפארת פאר קהילתינו הק', און ווי אלע זענען עדות אז די נסיעה איז געווען באגלייט מיט אפענע סייעתא דשמיא ב"ה! און דער אייבישטער וועט זיכער באגלייטן ווייטער,
פון די פענסטער האט מען שוין געקענט זען די הערליכע מדבר פאנאראמעס פון אריזאנע, ברוינע בערג באשפריצט מיט העל גרינע מדבר געוויקסן, די באקאנטע ריזיגע קאקטוס ביימער וועלכע שטייען ווי שטילע וועכטער אינעם מדבר, און הויעך שטאלטצע טייטלביימער מיט ברייט אויסגעשפרייטע בלעטער וואס שאקלען זיך פון די רואיגע ווינטלעך וועלכע האבן געגעבן א באזונדערן חן צום וועג.
דירה נאה מרחבת דעתו של אדם.
מען איז גלייך צוגעפארן “קוקן דירות”… דירות? נישט ממש. מען רעדט דא פון א פראנט יארד און בעקיארד גרויסע ברייטע שטחים וואס אינדערמיט שטייט נאך עפעס: א פראכטפולע דורה נאה ורחבת ידים וואס ווארט אריינצוגיין אינטער'ן בעלות פון א סאטמאר'ע אייגענטומער גאר בקרוב..
ביים ערשטן הויז ווי מ'האט זיך אפגעשטעלט האט שוין אפגעווארט דער מייסד העיר הרה"ח ר' יושע רובין הי"ו, וואס איז פארבעטן געווארן פון די רבני קבוצת אנ"ש ארומציווייזן די פלאץ, און ער טאקע גאר ווארעם הארציג אויפגענימען די ציבור המשתתפים. וואס דאס האט יעדן געגעבן דעם בליק ווי שיין מ'נעמט דא אויף געסט ב"ה, אזוי אויך האבן דא אלע גרופעס זיך צוזאמגענומען, די וואס זענען ארויסגעפארן פארטאגס, אזוי אויך די וואס זענען געקומען אליין, צו ווייל זיי קומען פון מאנטריאל אדער זיי האבן ארויסגענימען א ווילע פאר א וואך, אבער מיטן ציל צו זעהן אויב דאס פלאץ איז געאייגנט פאר זיי בגשמיות און ווילן ציווארטן ביז עס וועט פעסט אוועקגעשטעלט ווערן א קהל יטב לב אריזאנע. וואס וועט זיין די רחניות'דיגע אויטאריטעט און דאן אהינקומען וואוינען בעזהשי"ת.
צום ערשט האט מען ציטיילט די חבורה און צוויי, 1) די פארפעלקער וואס זענען געקומען איש ואשתו 2) די מענער וואס זענען געקומען אליינס. און בשעת וואס די פארפעלקער האבן געקוקט לענגער א הויז און געפארן פון הויז צו הויז מיטן באס צו פארדינען צייט, האט די אנדערע גרופע געמאכט א שטיקל שנעלערע רוט נעמענדיג א געשמאקע שפאציר אינטער די אריזאנע זין, מיט די ווינטעלע וואס באגלייט זיי גערן ביז צום קומעדיגע הייזקע וואס שטייט צי פארקויפן.
מען איז געגאנגען פון איין מלוכה צום צווייטן מלוכה וואס רוב זענען שוין געשטאנען ליידיג גרייט אפציקויפן, איז אבער געווען א חידוש ביי איינע פון די הייזער וואו מ'איז אריין, וואס האט געהאט אסאך א אנדערע משמעות צילוב דעם פאקט אז עס איז די רעדע פון א הויז ווי אחד מאנשי שלומינו וואוינט שוין דארט צוויי יאהר צום גוטן און עס איז גענצליך אויסגערישט פאר א בית נאמן בישראל, דער בעל מכניס אורח איז געווען דער איבערגעגעבענער ברויקער מטעם די וועד העיר וואס האלט א שטענדיג וואכזאמע אויג אז די דירות פרייזן זאלן נישט ארויפשיסן אין די וועלט אריין, און מיט גרויס הצלחה ב"ה. ה"ה מו"ה ר' שמואל זנוויל וויינגארטן הי"ו.
בשעת מען איז געווען אין יענעם הערליך רחבת'דיג הויז האבן זיך א גרויס טייל ציבור זיך זעלבסט אנגעקוקט ווי נישט מסודר, פארוואס וואוין איך נאך ערגעץ אנדערשט? דא קען איך האבן א פאלאץ פאר האלב די פרייז פון מיין רענט...
מען קומט אריין אין א צוויי שטאקיגע מלכות'דיגע פויער, א ריזיגע ברייט באקוועמע פראקטישע קיך פאר די אם הבנים צו ווערטשאפטן מיט די נויטיגע געוואונטשענע הרחבת הדעת, א הערליכע ריזוגע ברייטע דיינונג ראום, גרויסע ליכטיגע פענסטערס אינעם גאנצן געביידע, ברייטע ליפטיגע שלאף צימערן, גענוג און נאך פלאץ פאר גי קינדער זיך צי שפילן, גרויסע אפענע קלאזעט ספעיס לרחצה וואו עס פאסט זיך פאר א רוישיגע אידישע שטוב, דאס אלעס איז נאך אויסער די גרויסע ריזן שטח אינטער'ן הויז..., דער רחבת'דיגע פריוואטע בעקיארד, די בעקיארד איז ארומגענומען מיט א הויכע שטאנדהאפטיגע פארמאכטע פעסט געבויעטע ציגלנע צוים פאר פריוואטקייט, אזוי בויעט מען אלע הייזער דארט. עס קומט אויס א געוואלדיגע מעלה, אז מ'זעהט נישט און מ'האט נישט קיין שום דריסת הרגל וואס טוט זיך ביים שכן אין הויף פינקט ווי אין הויז!, אויף די אנדערע זייט פונעם הויז האט זיך געפונען א פארק, א ברייטע ענדלאזע גראזיגע פלוין מיט גליטשערס און סווינגס פאר די קינדערליך (און זייערע עלטערן...) זיך צו אויסליפטערן מיט הנאה אין נהנה זיין פון די געבענטשטע וועטער,
מען דרייט זיך אויס צום בעל הבית:
"וואס קאסט אזא הייסקע?:
ער ענטפערט מיט א רואיגע גראדקייט:
"$360,000".
א מינוט שטילקייט.
“וואס? דעיט'ס אי'ט?!”
$360.000 טויזנט. הכל בכל מכל. פינטל.
טייערער אין אריזאנע?
אן אינטערעסאנטע באמערקונג, בשעת ווען מיר זענען דארט געווען, זענען אויך די שטוב רייניגערס געווען ביים ארבעט, ר' שמאול זנוויל האט דערציילט אז דאס איז פון די איינציגסטע זאכן וואס קאסט טייערער דא אין אריזאנע, בעיקר פאר צוויי סיבות ערשטנס, די הייזער זענען גרויס און פארלאנגען מער ארבעט; צווייטנס, די שטאט איז גאר שטרענג קעגן אומלעגאלע אימיגראנטן, ממילא קאסט ארבעט מער געלט. אבער, האט ער צוגעגעבן מיט א שמייכל, “זיי ארבעטן טאקע שנעלער און בעסער…”
דערנאך איז מען ווייטער געפארן צו נאך א הויז, אדער בעסער געזאגט: א וויקאציע היים. דארט איז שוין אלעס געווען אויף א העכערן סטאנדארט, מיט א פריוואטע שווים באסיין אינעם בעקיארד און א גאנצע רואיגע רעזארט אטמאספער. דער בעל־הבית האט יעדן ווארעם אויפגענומען, און דער עולם האט זיך ארומגעקוקט מיט טיפע התפעלות.
שמועסענדיג מיט דער עולם, האט דער בעל הבית צווישן זיינע ווערטער ארויסגעברענגט: "דער הויז וואס איז א אויסטערליש טייערע סארט הויז מיט אלע אלע פיטשעווקעס (וואס וואלט דאהי געקאסט נישט אינטער 2 מיליאן.) איז מתחילה געווען געליסטעט פאר $460,000," . "ר' יושע רובין האט מיר עס אבער בשום אופן נישט געלאזט קויפן זאגענדיג, די פרייז גייט מיזן בעל כרחך אראפקומען. און ווען עס איז אראפ צו $450,000, ער האט מיר נאך אלץ נישט געלאזט קויפן, לאמיר אויסווארטן,די טארסט נישט צאלן אזוי טייער פאר א הויז.
דער עולם האט זיך צוגעהערט מיט נייגער, בשעת ער פארציילט ווייטער:
צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ... איך האב באצאלט פאר די הויז $415,000 אריינגערעכענט אלעס פון קלאזינג קאוסט, ביז גרינס אינטערן טיש, און אלעס אינצווישן.
א גוט געשעפט.
ווען דער עולם איז אביסל געקומען צו זיך נאכן זעהן עטליכע אויפלאגעס פון הערליכע הייזער, איז מען ארויף אויפן באס און געגאנגען...
ר' הערשל האט איבער געגעבן דאס ווארט פאר ר' יושע, ער הייבט אן זאגן:
"יעצט גייט מען צו פארן צי די גרויסע שאפינג סענטער וואס איז ממש קוים עטליכע מינוט צופארן פון די היימישע געגענט," פארענדיג האט ער אנגעהויבן צייגן, "קוקט'ס רעכטס איז דא א לייטישער מעדיקל סענטער, וואס דער עולם ניצט, לינקס איז א ריזיגע וואלמארט, וואס האט אגב ביליגערע פרייזן פון די ניו יארקער וואלמארטס וויבאלד די פרוכט און גרינצייג וואקסן דא אין געגענט.", אזוי איז מען געפארן עטליכע גאסן וואו מען הערט נישט אויף צו זעהן דער פאקטאר אז די אלע באקאנטע גרויסע ברענדס האבן דא אויך זייערע געשעפטן, צווישן זיי האבן זיך געציילט, וואלמארט, וואלגרינס פארמעסי, האום דיפאו, טארגעט, מארשעלס, האבי לאבי, טי דזעי מעקס, מעא וויניגער אלע בענק וואס דער עולם איז געוואוינט צו נוצן, און אזוי ווייטער...
הגענו אל המנוחה ואל הנחלה
אנקומענדיג אינעם ספעציעל אפגעדינגענעם האטעל איז אלעס געפארן זייער געשמירט צוליב וואס די איבערגעגעבענע עסקנים האבן פראפעסיאנאלערהייט איבערגענומען די לייצעס און אין ממש געציילטע מינוטן איז יעדער געווען פלאצירט אין זיין פריוואטע באקוועמע האטעל צומער,
מען האט זיך געשטעלט דאווענען א ווארימע תפילת מנחה אינטן אין די זאל פון די האטעל בערך בשעה 8:15 אווענט, דערנאך האט מען אביסל פארברענגט און נאך עטליכע מינוט האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, פארשטייט זיך א געהויבענע סאטמאר'ע ספירת העומר אינטער די פרישע לויטערע לופט.
גייסטרייכע קבלת פנים "מעמד כל כולו תכלית"
אום 8:45 אווענט, איז פארופן געווארן די גייסטרייכע הערליכע מעמד קבלת פנים דורך די ארטיגע חשובע תושבים, מ'קען עס באצייכענען אלס דער סאמע שפיץ פון די נסיעה, די זאל מיט די רייכע געשמאקע מעדנים זענען געווען קעניגליך אהערגעשטעלט צו זעטוגען די פארמאטערטע געמיטער, מען האט מיט געהאלטן ווי מו"ה ר' משה סירקוס הי"ו אדמיניסטראטאר פון די ארטיגע מוסדות גיבט זיך איבער אזוי געטריי אלעס אהערצישטעלן ביזן לעצטן דעטאל, ביי א שמועס מיט אים אנהייב מעמד האט ער דערציילט, אז די גאנצע ברייטע סעודה וואס מען זעהט דא קומט גאר בלויז פון די אחדות'דיגע שטאטסלייט, איינער האט געמאכט די זופ א צווייטער די פלייש א דריטער די סטימד גרינצייג אא"וו. עס איז געווען זייער אינטערעסאנט צו הערן ווי אזוי יעדער לייגט צו א פלייצע כדוגמת א חתונה אין דער אלטער היים, אבער אלעס מיטן גאנצן אונגארישן טעם אזוי אז נאך אזא לאנגע טירחא דאורחא איז יעדער ב"ה זאט געווארן.
הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו איז צוגעגאנגען צו פתיחת המעמד און האט מיט טרעפליכע דיבורים ארויסגעברענגט וואס עס ליגט פארנט פון אונזער אויגן, וואס בתוך דבריו האט ער געזאגט. "אריזאנע איז נישט געקומען לייזן א קריזיס, אריזאנע איז געקומען טוען צי די זאך, ווען איינער ברויך א שידוך טוען עס קומט א שדכן און פירט אויס א שידוך. איז דא געלייזט געווארן א קריזעס? ניין! נאר די פארפאלק זענען געהאלפענע. די זעלבע דא ווער עס קומט איז א געהאלפענער פאר זיך, אם אין אני לי מי לי? מ'ראטעוועט נישט כלל ישראל. מ'ראטעוועט יחידים וואס ערלויבן זיך צי טראכטן ברייט ארויס פונעם פיר קאנטיגן שאכטל געטראכטאכץ, און זענען נישט אזוי אנגעוויזן אויף משפחה ביי די פינעגערס." כאטש עווענטועל וועט עס אי"ה זיין א ישועה פאר כלל ישראל אבער לעת עתה איז עס נאר א ישועה פאר די וואס ווילן זיך לאזן העלפן..
אלס אן אטסיידע'ר האט ער אויך שטארק ארויסגעברענג די התפעלות וואס מען האט געזעהן אויף די פנימ'ער בשעת'ן קוקן די דירות ווען יעדער האט געזעהן אז אנדערש ווי געווענליך ווען מלייגט עפעס פאר וועט די מארקעטינג עס מאכן אויסזעהן 10 מאהל מער ווי די אמת, מ'פיצט צו פון אלע זייטן.. אבער דא זעהט מען פונקט פארקערט! אז דאס וואס מ'האט געזאגט אין ניו יארק איז גאר שטארק אינטערגעשאצט, סיי די רואיגע גן עדן אטמוספער און סיי די גרויסקייט און שיינקייט פון די דירות איז אסאך אסאך מער ווי מהאט אונז פארויסגעזאגט.
דאן האט ער אויפגערופן הרה"ג ר' חיים שלמה בערגער שליט"א רב דקהל חסידים זאל אויפטרעטן מיט אפאר ווערטער.
דער רב שליט"א האט אנגעהויבן איבער די שטארקע ווערטער פונעם רבי'ן זז"ג וויילענדיג אויף אפרו אין פאלם ספרינגס ווען די מוסדות האט באזוכט בצל הקודש האט געלאזט א מורא'דיגע רושם, וואו ער האט געהערט פון ווייטערע קרייזן אז דעם רבי'נס מרוגש'דיגע ווערטער איבער די חשבות פון די חסידישע אידן און די לעכטיגע קינדער אין די געגנט, האט ממש אינגאנצן געטוישט די בליק פון די וועלט אויף קאסע גראנדא.
דערנאך האט ער טרעפליך דערציילט די פאלגענדע געשיכטע, "א איד וואס וואוינט אין איינע פון די חרדישע געגענטער האט מיר דערציילט, אז ער האט זיך דערזעהן אין א לאך פון $65,000 דאלער חובות ל"ע, זיינע חברים האבן שטילערהייט געארבעט אויף קעסל און כלים צוזאמצישטעלן דאס געלט, נישט ח"ו פוגע צו זיין בכבודו. עס איז אריבער אפאר חדשים אין איך האלט שוין ווייטער ביי איבער $100,000 דאלער אין חובות, העלף מיר בעט ער זיך . האב איך אים געזאגט איך האב דיר אן עצה, עכ"פ פון יעצט און ווייטער זאלסט דיר קענען דעקן דעם חודש, קום צו אריזאנע.
זאגט מיר דער איד, איך בין עפעס משוגע געווארן??? מופן קיין אריזאנע???.
האט דער רב אויסגעפירט, זיך ציען קיין אריזאנע דאס איז גאר משוגע, משא"כ זיצן מיט איבער הינדערט אלפים אין חובות דאס איז א נארמאלע מענטש..
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט ווארעמע דיבורים הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א דער קראלער דיין פון וויליאמסבורג וואס האט זיך געשטעלט אויף א תורה וואס מרן רבינו שליט"א מסאטמאר האט משמיע געווען יענעם טאג אין ישיבה גדולה אין קרית יואל ביים שיעור תהלים איבער די בת קול יוצאת מהר חורב ווער עס הערט דעם בת קול וואס דער הייליגער בעש"ט האט געזאגט אז יעדע התעוררת ביי א איד קומט פון די בת קול, וואו דער דיין האט אויסגעפירט אז יעדער רעדט טאקע אז מדארף זיך אויסברייטערן אין נייע ישובים אלס א הכרח פאר די אומגעהויערע וואוקס פונעם ציבור, אבער די אידן דא זיי האבן געהערט דעם בת קול און געשפירט דעם התעוררת צו טוהן וואס מדארף, ער האט דערמאנט די שוועריגקייטן פונעם התחלות קשות וואס רביה"ק זי"ע מייסד קהילתינו האט געהאט אין די בראשית יארן אין אמעריקא ווען דער רבי האט ניטאמאל געהאט א דאך איבערן קאפ און אויך שפעטער ביים ארויסגיין קיין קרית יואל האט מען געדארפט צוזאגן פארשידענע הבטחות פאר ווער עס קומט ארויס קיין קרית יואל וואוינען אבער יעצט זעהט שוין יעדער וואס א לגיון של מלך דער רבי האט אויפגעשטעלט, דער דיין האט אויסגעפירט אז ר' יושע איז אשרי יולדתו ער האט געבוירן א נייע מציאות ווען אין דעם ווייטן אריזאנא ווירבלט מיט חסידישע אידן און קינדער מיט די חסידישן לבוש פונקט ווי אין ניו יארק, דער דיין האט ציגעלייט וואס דער ארי הקדוש זי"ע האט געזאגט אז וואו אידן קומען אן איז עס כדי מזאל מברר זיין די נציצות האט דער דיין געזאגט בדרך צחות קען מען זאגן אז דער נאמען הייסט ארי-זאנע ווייל עס איז אינעם זאנע פונעם ארי הקדוש זי"ע, דער דיין האט גענדיגט מיט פאסיגע דברי ברכה פארן גאנצן ציבור וואו זיינע איידעלע דיבורים היוצאים מן הלב האט יעדן באנומען.
דאן האט מען געהערט ווארימע דברי ברכה פונעם מרא דאתרא דינוב'ער רבי שליט"א.
און דא האט אומ'פאראויסגעפלאנט אויפגעטרעטן העסקן הדגול ר' גרשון מענדל טויב הי"ו, מנהל מוסד לב לילד, ער האט זיך געעפנט זיין הארץ וואס דארט ליגט ליידער באהאלטן בסוד סודות הינדערטער ווייטאגליכע מיטמאכענישן וואס גייט פאר אינטער די טיר פון אזויפיל אידישע הייזער עס האט זיך פון אים ארויסגעריסן די ריינע מציאות וואס גייט היינט פאר אין ניו יארק און עס בלוטיגט אים שוין לאנג, און האט געטראפן די געלעגנהייט ארויסציגעבן די וויי געשריי פון עסקני היהדות ניו יארק, שרייענדיג "רבותי לאמיר אויסטוען די זיידענע הענטשקעס, און זאגן זייער אמת'דיג און אפן: מקען מער היינט נישט וואוינען אין ניו יארק סיטי! און אפילו אין די אנדערע געגנטער איז נישט אזוי פשוט, מען לייגט אריין פאפעלקער צו וואוינען אין לעכער בשעת וואס די טאטע מאמע שווער שוויגער ווייסן זייער גוט אז די קינדער האבן נישט פון ווי צי נעמען די רענט פארן ערשטן חודש.....
צוויי מחותנים קומען קוקן א דירה פארן חתן כלה, מען פרעגט די לענדלערד, "וואס קאסט?"
ער ענטפער, "זעקס אין דרייסיג הינדערט"
מען גיבט זיך א בליק איינער אויפן צווייטן.
"מאכט סענס, אקעי, מיר נעמען עס"
וואס מאכט סענס?!? ווען מאכט סענס?!? דער בחור קומט פון ישיבה קוים וואס ער קען ענגליש, און מוז גיין אין כולל, וויבאלד די טאטע און די שווער זענען אויף א תורה'דיגע שטוב סטאנדארט און מ'מיז אנהאלטן דעם גאלדענע משפחה נאמען...
די כלה קומט פון סקול, און האט גראדע עפעס א שטיקל פארט טיים דזאב וואס צאלט שיין...
רובש"ע! זיי גייען דארפן ארבייטן 7 וואכן אין א חודש זיך צי קענען דערהאלטן ביים לעבן...!
מען לייגט אריין די קאפ טיף אין די זאמד ווי א בת היענה...!
ווייל דארפסט דאך פארשטיין...אבער וואס וועט זיין מיט וואכנאכטס? וואכנאכטס דארפסטו?!! די גייסט צו וואכנכאטס פשוט ווייל די האסט נישט קיין אפעטיט אהיימצוגיין אין א דירה וואס די האסט נישט קיין פלאץ וואו אראפצולייגן דיין פיס...
וואספארא השפעה האט דאס? וואס מיינט איר געשעהט אינטער די אלע טירן דארט?...
מען רעדט פון געגענטער דא דארט אהין אהער. דא אין אריזאנע איז אלעס דא!!, מען דארף נישט עפענען, מען דארף נישט ברענגן, אלעס איז דא!!.
מ'זעהט שרייעדיגע ריקלאמעס אז דא גיי'ט זי'ך בויע'ן און דארט גיי'ט זי'ך בויע'ן, רבותי! ווי אימער מען גייט נאר עפענען א נייע געגנט גייט מען אין 7 יאר ארום האלטן ווי אריזאנע האלט יעצט!.
קיינער האט נאכנישט ערפינדן די פארמעלע צו אויסלאזן די חבלי לידה, די כל התחלות קשות פרעצעדארן.
טייערע יודן! עפענטס די אויגן און זעהטס! שפרייטס אויס ענקערע ארעמס און נעמטס איבער די הרחבת הדעת וואס דער אויבישטער שטרעקט אויס פאר ענק אויפן גאלדענעם טעצלע. ובחרת בחיים!, עס איז אפשר נישט אזוי באקוועם ארויסצושרייבן אבער במשך די גאנצע דרשה פון ר' גרשון מענדל האט קיינער נישט געקוקט איינער אויפן צווייטן מחמת די הערצער וואס האבן זיך געפילט טיף פארשטאנען, עס האט ביי כמעט אלע אומוועלענדיג ארויסגעברענט טרערן. טרערן וואס ווייטאגן שוין טעג און נעכט. טרערן פון יונגעלייט וואס האבן אליינס נישט געוואוסט אז זיי ווארטן שוין זייער לאנג צו הערן און שפירן אז איינער באגרייפט זיין טעגליכע שטילע סטראגל פון וואס ער זעהט נישט קיין וועג ארויס, און דא הערט ער פליצלינג א נייע שפראך, א אפענע שמועס, ווערטער וואס רעדן צו אים, און גלעטן זיין הארץ מיט נייע האפענונגען, ער זעהט זיין אומגערכאטענע ישועת השם כהרף עין,
נאך די הארציגע שטורעמישע ווערטער האט אויפגעטרעטן אחד מסגל חבורת עסקני קבוצת אנ''ש מו"ה ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש הי"ו "מיטן עסקן'ס קוק וואונקל". און ביים שלוס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' שמואל זאנוויל ראזענבערג שליט''א וואס האט געמוטיגט די הערצער בנועם אומרותיו, און ער האט געענעדיגט די מעמד מיט א זייער פאסיגער אויספיר: אונז נעמען אן כהלל ולא כשמאי, דארף מען צו וויסן אז הלל הזקן האט געזאגט אז מדארף זיך נישט רעכענען וואס אנדערע וועלן זאגן, נאר גיין מיט די איינע מחשבה, אם אני כאן הכל כאן! די וועסט קומען און יעדער וועט שוין נאכקומען אי''ה.
אין שמחה כהתרת הספיקות
דאן איז מען געגאנגען בענטשן ברכת המזון, דערנאך איז פארגעקומען א רייכע געמיינזאמע פאנעל צווישן די יעצטיגע תושבים מיט די צוקונפטיגע תושבים ווי די צוקונפטיגע תושבים האבן געשטעלט כל מיני אפענע פראגעס וואס עס ליגט זיי אויפן הארץ און ווילן הערן מער איבער דעם, און די תושבים האבן אויף אלעם געענפערט מיט קריסטל קלארע תשובות, ווי צו זאגן עס איז נישטא וואס צו באהאלטן דא, בעיקר דורך מו"ה ר' יושע רובין הי''ו, מו"ה ר' שמעון ראלניצקי הי"ו, און מו"ה ר' משה סירקוס הי"ו ווי אויך האט דער דיין דקהל חסידים הרה''ג ר' אייזיק בערגער שליט''א ציגעלייגט עטליכע הערות ונקודות ווי עס איז געווען נוגע לענין,
נאך דער גייסטרייכער מעמד נהדר "כל כולו תכלית" איז מען זיך געגאנגען לייגן אין די באקוועמע האטעל צומערן צו שעפן פרישע כוחות פאר די מארגענדיגע טאג.
מיטוואך אינדערפרי.
דער ציבור איז געפארן דאוואנען אין 2 גרופעס, 2 ברייטע מנינים , די ערשטע איז ארויס געפארן בערך 7:15, די צווייטע גרופע איז ארויסגעפארן אביסל שפעטער.
די הערליכע איינגערישטע מקוה וואס איז געבויעט געווארן דורך קרית יואל'ע נדיבי לב לע''נ הרה''ח ר' אברהם זאב טירנויער ז"ל, איז יענעם טאג געווען צוגעשטעלט בחינם לרגל די נסיעה פון אנ"ש.
עס איז געווען זייער מערקוועדיג ווי די בחן'טע אינגעלעך דאווענען מיט בקולם הנעימים בצוותא חדא מיטן גאנצן ציבור, איינע פון די תלמידי המוסדות האבן אפי' פארגעזאגט די ברכות השחר ביים עמוד, די קינדער שפירן זיך ממש א טייל אין די קהילה נאה וחסידה,
נאכן דאווענען איז געווארן ציגעשטעלט א ברייטע געשמאקע זעטיגע פת שחרית אין די זאל פונעם האטעל. און אן קיין איבריגע פעניעריי איז מען ארויף אויפן באס אריינצוכאפן די לעצטע הערליכע געלעגנהייטן וואס איז נאך שייך צו קוקן און באמערקן בעיר היופי קאסא גראנדא, און די וועלט זאגט אז מען פאקט מיט סדר איז דא פלאץ.., מען האט אנגעהויבן די וועג מיט א סטאפ אין דער היימישער "כשר קעניאן גראסערי", ווי דער עולם האט געזעהן פון דערנאנט ווי עס איז דא צי באקומען אלע היימישע פראדוקטן צי געשטעלט פאר ביליגע יושר'דיגע "בינגא פרייזן"., נישט פון אלעס איז דא פון יעדע ברענ'ד אבער ר' יושע האט קלאר מודיע געווען דעם ציבור אז וועלכע פראדוקט איינער בעט נאר ברענגט מען עס תיכף אריין אינעם גראסערי סעלעקשאן. און האט דערביי געגעבן א ריק ארויס פילע קאלטע שאכטלן אייזקרימ'ס פארן גאנצן עולם להחיות נפש כל חי,
יעדע מינוט איז געווען שארף אויסגערעכנט, מען האט נישט געצעגערט קיין צייט און מען האט תיכף ממשיך געווען מיט די נסיעה, ווי די פרויען האבן באזיכט די מיידל שולע, און די מענער זענען ציגעפארן צי די תלמוד תורה וואס איז דערווייל פלאצירט אין די העכערע שטאקן פונעם ביהמ''ד (בעצם איז שוין דא א לופטיגע פראכטפולע בנין וואס איז מוקדש פאר די מוסדות וואס מען וועט מחדש זיין אין די נאנטע ציקונפט בעז''ה), הרה''ג קראלער דיין שליט''א האט פארהערט די קינדער און עס איז געווען א זיסע מחזה צי זעהן ווי א יניק וחקים האט זיך ג'טענה'ט מיטן קראלער דיין שליט"א איבער פשט אין א גמרא, עס איז געגאנגען סברא'ס אהין און צוריק מיט א עכטע בקיאות התורה קע"ה.
פון דארטן איז מען ציריקגעפארן אויפפיקן די פרויען פון די שולע, איבער וואס זיי זענען אייניג געווען איבערגענומען פון די פערזענליכע חינוך וואס ווערט דארט ציגעשטעלט נאטירליך אויף אזא זיסע ב'חנ'טע וועג.
פון דארט איז מען אריבער צו זעהן פון אינדרויסן א נייע געגנט וואס ווערט יעצט געבויעט, וואס דאס איז איינס פון מערערע קאנסטראקשען סייטס וואס האט די פאטענשאל פון ווערן איבערגענומען אלס היימישע געגנטער מיט בלויז אידישע איינוואוינערס, דארט בויעט זיך פרישע נייע דירות ממשהערליכע פאלאצן פאר גאר ביליגע פרייזן (די וואס זענען געבליבן אויף דארנעשטאג זענען געווען באזוכן די הייזער אינעווייניג און קענען זיך ממש נישט גלייבן וואס זייערע אויגן האבן דארט געזעהן אזאנס וואס די נגידים אין ניו יארק חלומען ניטאמאל דערפון האט מען דא פאר פרוטות קטנות..)
מען איז ווייטער געפארן ביז צום ווילעגא פארק, אה... דאס איז שווער איבער ציגעבן אויפן פאפיר. פרעג נאר א חבר וואס האט שוין אמאל באזוכט. הערליכע בלויע לויטערע טייכעלעך מיט רואיגע הויכע וואסער פאלן אינעדערמיט, שיינע אויסגעשפרייטע בלעטער אויף די שפיצן פון די הויכע טייטלביימער, הערליכע גראז, מיט שטחים אויף שטחים וואל"ק וועי"ס, א אויסערגעווענליכע געשמאקער ליידיגער פארק, גוט פאר יעדער צייט פון יאר.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט צים לופטפעלד לחיים ולשלום, די געטרייע עסקנים האבן ווידער פארטיילט די פאראויס ארלעדיגטע ארויסגעפרינטע באורדינ"ג פעסע"ס, אזוי אז אלעס איז געפארן געשמירט ב"ה.
קהל יטב לב אריזאנע, וועט זיין א פאקט בעז"ה אין די גאר נאנטע ציקונפט, עס ווערט אריינגעלייגט גרויסע כוחות דורך די געטרייע עסקנים אהערצושטעלן די פאדומענטאלע יסודות מיט אלעם וואס נויטיג פאר א סאטמארע געגנט, די סאמע העכסטע פריאריטעט איז יעצט דאס אויסקלויבן א היימישע רב ומו"ץ פאר אינזער קהילה וואס גאר חשובע אפציעס ליגן ביים רבי'ן אויפן טיש.
אין די טעג זעהט זיך אן א פרישע ווארימקייט ווען עס פליסן אריין צענדליגער בקשות פאר אפליקאציעס און אין די זעלבע צייט גייט מען אדורך די ביז איצטיגע איינגעשריבענע וואס ציילט זיך שוין קע''ה אריבער הונדערט אידן וועלעכע קוקן גאר ערנסט אריין דערין, און די עיקר ארבעט פון די עסקנים איז זיכער צו מאכן אז די אלע ווערן צריקגערופן אויף א "פערזענליכע טעלעפאון מיטונג" צי זעהן אויב מען איז שוין גרייט צי זיין פון די ערשטע קבוצה סאטמארע משפחות וואס גרייטן זיך אהונציציען צום פרישן זמן החורף אי"ה תיכף נאך די ימים טובים חודש חשון בשעה טובה ומצלחת, אבער וואו עס קוקט אויס וועלן שוין געציילטע מעגליך שוין אנקומען אפילו בעפאר דעם צוליב וואס זיי האבן באוויזן צו פארשנעלערן ביי זיי דער גאנצער פראצעדור וואס אזא פלאן נעמט אריין אין זיך, יהא בואם לברכה!
זיך צי פארבינדן מיט די עסקנים פון קבוצת אנ"ש רופט
8080 787 (646)
אדער דירעקט די עסקנים
מו"ה שלמה מנשה פאלקאוויטש הי"ו
7983 662 (845)
מו"ה אליעזר טויב הי"ו
2036 537 (845)
לידיעת הציבור: היות עס איז דא א גרויסע נאכפראגע צו באקומען די פאפולערע רייכע אינפארמאטיווע "קבוצת אנ''ש בראשור" האט מען געדריקט פרישע דריי טויזנט שטיק דערפון, און עס וועט אי''ה זיין צו באקומען ביים גרויסן סאטמארק עקספא ביים קבוצת אנ''ש בודקע,
