סוקסעספולע טאג ביים עקספא


ברוך ה' געווען א שטארק פארנומענע טאג ביים עקספא, אינאיינעם מיט די העפטיגע הכנות לקראת די גרויסע נסיעה פון קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע,
איך בין ארויסגעפארן מוצ"ש פון אריזאנע מיט די 11:10 פלייט, שוין לאנג נישט געהאט אזא שווערע פלייט די זיץ איז געווען אזוי אומבאקוועם אז איך האב גארנישט געקענט שלאפן, איך בין אנגעקומען קיין ניו יארק אזוי מיד אז איך האב נישט געקענט אזוי גיין צום עקספא, האב איך ארויסגענומען א צימער אין די דערנעבענדיגע פוינט פלאזא האטעל, זיך צוגעלייגט פאר 3 שעה, געדאווענט, געקויפט פרישטאג און אנגעקומען צום עקספא שפעט ערשט 1:00 אזייגער מיטאג.
ביזדערווייל זענען שוין אנגעקומען ביים בוט עטליכע חשובע עסקנים פון קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע העסקנים החשובים ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש און ר' אליעזר טויב, וועלעכע האבן אויפגענומען דעם עולם ביים בוט,
די פידבעק ביים בוט איז געווען זייער שטארק און פאזיטיוו, מיט אסאך נייע אפליקעישנס, ווען אינמיטן רופט זיך שמעון ראלניצקי אן צו מיר אז ער קען עס פשוט נישט גלייבן אז אונזער בוט איז פון די מערסט פארנומענע צווישן אלע בוט'ס ארום אונז.
עס איז געווען א עקסטערע באונוס אז די פילע פרויען וואס זענען געקומען צום טישל האבן זיך גאר שטארק געפריידט צו קענען טרעפן א די רעביצין פון רבי יהושע רובין את מאמע וואס וואוינט עקשולי אין קאסא גראנדע וואס איז א מאמע פון מען קינדער בליעה"ר, און איז אינוואלווד אין די סקול, און דא קען מען צום ערשטע מאל באקומען לעבעדיגע גריסן און לעבעדיג פרעגן און פילן וואס איז קאסא גראנדע.
איינע פון די גאר שטארקע זאכן וואס האט ארויסגענומען א גרויסע עולם פון די כלים איז געווען איבערקוקענדיג די באזשעט צעטיל וואס קאמפעירט די קאסט אוף ליווינג צווישן מאנסי ווס קאסא גראנדע, (זע עטעטשט די פייל) מענטשן האבן עס איבערגעליינט נאכאמאל און נאכאמאל, געטרייט אפצופרעגן אבער געמוזט מודה זיין אז די מציאות פאטשט אין פנים, און די באזשעט אין מאנסי ניו יארק איז אזוי דראמאטיש טייער אז א יונגערמאן וואס האט א שטוב מיט 6 קינדער און קויפט יעצט א הויז אין מאנסי קאסט זיין מינימום חודשליכע באזשעט ארום אכצן טויזענט דאלער! א באזשעט וואס די עוועריזש יונגערמאן קען פשוט נישט חלום'ן צו קאווערן, יעדער האט קלאר געזאגט אז קאסא גראנדע אריזאנע איז די איינציגסטע צווישן אלע יישובים וואו א מענטש וואס ארבעט פלייסיג קען דעקן זיין באזשעט, קעגן אלע אנדערע יישובים וואס זענען אויך טאקע ביליגער פון די טייערע ניו יארקע געגענטער אבער נאכאלץ טייערער פון וואס א עוועריזש ראש משפחה קען חלום'ן צו קאווערן דורך א גוטע זשאב, אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארן עולם די זשאב געלעגענהייטן וואס איז דא אין קאסא גראנדע בשפע.
דער עולם איז געקומען צו זען, שמועסן און אויספרעגן ר' שמעון ראלניצקי, וואס האט אויפגעטרעטן ביים פאנעל מיט גאר א הערליכע איבערנעמענדע שמועס מיט זיין געשמאקע שפראך. וואס האט אויפן פלאץ געהאט א שטארקע השפעה, אז איינער איז צוגעקומען צו שמעון אז באמת האט ער זיך שוין איננגעשריבן אין א אנדערע יישוב אבער יעצט נאך דעם פאנעל טוישט ער שוין צו מופן צו קאסא גראנדע.
אין די געלעגענהייט מוזן אונז זיך אנטשוליגן פאר צענדליגע אדער הונדערטער וועלעכע זענען אנגעקומען די לעצטע 3 שעה און האבן נישט געקענט אפנעמען אונזער מאטריאל וואס כאטש אונז האמיר אנגעגרייט 250 שטיק מער ווי וואס די עקספא ארגענאזירער האבן אונז געזאגט אנצוגרייטן, איז אלעס אויסגעלאפן שוין 3 שעה פאר סוף טאג, סאו ווער עס האט נישט באקומען אונזער מאטריאל זאל ביטע שיקן א אימעיל צום אפיס און מען וועט אים עס אריינשיקן בס"ד.
קליק דא פאר שיינע קליפ פון יואליש פעלזען ביים בוט, איך וועל שפעטער בעזה"ש צולייגן נאך קליפס
https://drive.google.com/file/d/1q9AFrCnvzEHsKev24htl758Rb-0vpch5/view
זאל דער באשעפער העלפן וחפץ ה' בידינו יצליח, אונז זאלן זוכה זיין להרם קרן ישראל


